קאנוס
מראה
א קאנוס (פון גריכיש:κώνος) איז א דריי־דימענסיאלער קערפער וואס איז דעפינירט דורך א באזיס, און א פונקט וואס געהערט נישט צום פלאך פונעם באזיס, דעם "ווערטעקס". דער קאנוס איז ארומגענומען מיט אלע ליניע־טיילן ("גענעראטארן") וואס באהעפטן דעם ווערטעקס מיט א פונקט אויפן באזיס.
ווען א פלאך שניידט א קאנוס באקומט מען א קרומע וואס ווערט גערופן א קאנישער שניט. לויט דעם ווינקל וואס דער פלאך מאכט מיטן קאנוס באקומט דעם די פארשידענע קאנישע שניטן: עליפס, קרייז, פאראבעל און היפערבעל.